Moyshe-Leyb Halpern: In a Corner Somewhere
Fun a vinkl ergets - From a Nook Somewhere Appeared in Pasifik no. 1 (March, 1929): 13. Translated by Dr. Julian Levinson. And if you should find yourself alone, sunken in sorrow, On a ruined ship heading under, And if you should find the heavens are merely clouds, wind and smoke, Without support for hands that wish to climb; Would you shun the planks that carry you along Just because the ocean is a wilderness leading nowhere? And if you should see an island, rising before your eyes, And a bird in the skies, returning to the shore… And what if you feel a fly alighting on your head – What could it possibly do for you, as you sink down? But what if these depths are merely imaginary, A figment you’ve dreamed to console yourself? A child can still be pretty -- though weeping on wet ground As the step-mother beckons, hands as if gripping a sword. But can you honestly say that beauty resides In old age weeping in waterlogged children’s britches? And now you’re acting the fool, your eyes shut tight, Seated alone in an empty corner – Are you a sword turning against yourself To show the world your desolation as you expire? What could be bleaker than being condemned To dress yourself in your own death shroud – An alien like a lone strand of wild hair Lifting the body, shouting a complaint at this reality? | פֿון אַ ווינקל ערגעץ פֿון פּאַסיפֿיק 1 (מערץ, 1929): 13 און אַז דו זעסט זיך שוין אין טיפֿסטן צער אַליין .אויף אַ צעשטערטער שיף, וואָס האַלט באַם אונטערגיין ,און אַז דער הימל איז בלויז פֿון דער וואָלקן, ווינט און רויך ;דער וואָס גיט קיין אָנהאַלט ניט דער האַנט, וואָס זוכט די הויך ,צי מײַדסטו אויס דערפֿאַר דאָס ברעט וואָס נעמט דיך מיט ? װײַל ים איז וויסטעניש, וואָס ברענגט אין ערגעץ ניט ,און אַז דו זעסט שוין אויך אַן אינדזל פֿאַר דײַן בליק ... אַ פֿויגל אין דער הויך, וואָס שוועבט צום ברעג צוריק -- און אַז דו פֿילסט שוין אויך אַ פֿליג וואָס אויף דײַן קאָפּ ? וואָס קען זי טאָן פֿאַר דיר, בעת דו זינקסט אַראָפּ ,און וואָס ווען ס׳איז די טיף אַן אויסגעטראַכטע בלויז ?און דיר אַליין דערבײַ -- צו טרייסטן זיך -- קומט אויס אַז שיין איז אויך אַ קינד וואָס וויינט אויף נאַסער ערד .צוליב אַ שטיפֿמאַמע מיט הענט ווי מיט אַ שווערד צי קענסטו זאָגן זיך אַז שיינקייט איז פֿאַראַן ?אין אַלט-ווערן וואָס וויינט אין נאַסן קינדער-סטאַן און אַז דו נאַרסט זיך שוין, און מאַכסט די אויגן צו -- און זעסט זיך שוין אַזאַ, אין פּוסטן ווינקל וואו ,צי מיינט דאָס ניט צו זײַן אַ שווערד אויף זיך אַליין ?צו קענען װײַזן זיך בלויז וויסטקייט באַם פֿאַרגיין און וואָס קען וויסטער זײַן ווי די פֿאַרשאָלטנקייט -- זיך אָנצוטאָן אַליין אין װײַסן טויטן-קלייד און פֿרעמד ווי אויף אַ קאָפּ אַן איינציק ווילדע האָר ?צו הויבן זיך דערבײַ, און קלאָגן אויף דער וואָר |
Previous page on path | Pasifik (Pacific), page 2 of 7 | Next page on path |
Discussion of "Moyshe-Leyb Halpern: In a Corner Somewhere"
Add your voice to this discussion.
Checking your signed in status ...