Henry Rosenblatt: Redondo Beach
Bregn redondo - Redondo Beach From Bloye flamn (Blue Flames). Los Angeles: Pacific Cooperative Press, 1925. Translated by Miri Koral and Michael Casper. I Redondo Beach at the still sea's edge. In the summertime thousands from the sea earn their daily bread. Redondo lives from the sea. But in Fall and Winter, except for the sea, Everything is dead. The cold waves sweep the shore Of a hundred thousand treads of damp barefoot feet. The heat of bodies by the thousands That soaked into the sand, Vaporized and risen aloft To the sky in a light blue haze, Joins the dark clouds and transforms Into rains oft pouring down for entire days. And within the gray rain's expanse and the howl of the sea overcast, The summer’s color-rich rushing joy will cry out: The clamor of the brass orchestra and the clattering sound Of the golden box organ that accompanies The carved wooden horses, lions, tigers, oxen, goats, and deer That gallop, welded to the carousel, in a wild dance going round. II In the rushing of the wind, In the screaming of the gulls, the din Of playful bathing children at the shore Bursts forth now and again. In the Fall, in bright nights at end-of-month, While the moon ripples in the sky large and round, In the tumult of wave-foam may appear a chain Of human bodies nakedly entwined -- Hips, shoulders, backs, breasts, napes And muscle-bound arms, suntanned hands That loudly slap the blue-skinned sea with measured beat. III Cool and blue. A shadow of summer sits at the shore and mourns, And along the roads that weave Redondo Beach about – Backs turned away, stooped round – Its fiery summer days slog off, fully spent. Redondo Beach is harnessed On one side to the blue waves of the still sea, And on the other – to a web of roads, blue From rubber wheels, car oil and gasoline. Around Redondo Beach the roads branch Like blue veins running along an overworked hand, And on the roads – cars, cars, cars of all kinds, With brass and noise, horns and lewd cries. At night every road is a black water-flume In which a thousand red, white, yellow, blue Car-eyes dip, reflect and blur, And all eyes swim dancingly towards smiling Redondo Beach. IV Redondo Beach at night is an immense flickering gleam: A “Cinema Temple” studded with red eyes that wink And beckon and tease. The auditorium is flooded with fire-dazzle Like Mother Mary, at Christmas, holy and maternal, Shining and bedecked in her finery. The carousel Beams, adorned in a thousand-colored beads of its flaming-rosary And from the patterned net of light-and-fire – Black
Eyes,
V. “H-ot dogs!” “HOT DOGS!!” This is how Redondo Beach welcomes its guests, Smelling of cheap grease, sea salt and fish. Not far from the hot dog stand a drunken sailor a rusty rifle aims At carved wooden ducks Swimming on a river of green paint. A thick-set woman in “khaki” trousers Mulishly slings wooden pellets At dolls arrayed by the wall in a row. And behind red, gauzy curtains sits A tall, scrawny Gypsy lady searching for – A woman's in a widow’s veil, judging by the silhouette – Fortune in her palm. . . VI A tortoise: Weighing six hundred sixty-three pounds. You can behold this great marvel for a whole fifty cents! Last year this curiosity was still alive: It suffocated While the wooden museum, preserve us, burned. Today this marvel is stuffed with straw and oakum – That’s the sad story of the amazing tortoise! My witness to this here tale is The guard by the door deployed: The red-faced, freckled, shouting, chewing, spitting goy. VII A long, long bridge of stone Spans right into the sea far and bold And on summer nights this bridge with myriad silhouettes Is loaded. They bend over the handrails and with fearsome rods, Long and thin in their night-blued hands. Misted and stubborn, they whip The lazy, muddy waves on the sleepy shore. And pumpkin-round bridge lanterns burn in the night bright and calm, And on the water, here and there, in the yellowish lantern glow, A wave tosses out handfuls of green-white foam. And from time to time comes a shudder Under the bridge in the black Water-flume: something writhes, writhes, writhes; Splashes a few times in the water, blazes forth In the air above the bridge – a pale star in a foggy night – And falls splashing to the damp, cold cement in its last throes And shimmers, shimmers, shimmers in the yellow lanterns' glow. Three or four heads begin to budge, A few silhouettes bend silently down – A small sunfish just – A meal from the sea for the gray gull. And thousands such water-stars shimmer and dim. The bridge lantern is a calm silent witness this night, And smiles, smiles with a nightmarish memorial light. But the pale water-stars are silent, silent, silent, And of their sorrow and misfortune The whole long night, the sea laments. | רעדאָנדאָ ביטש I .רעדאָנדאָ ביטש באַם ברעג פֿון שטילן ים אין זומער-צײַט פֿאַרדינען טויזנטער .באַם ים זיך זייער שטיקל ברויט .רעדאָנדאָ לעבט פֿון ים .נאָר אָסיען, ווינטער, איז, א חוץ דעם ים, דאָ אַלעס טויט די קאַלטע כוואַליעס ואַשן פֿון די ברעגן אָפּ .די הונדערט-טויזנט טריט פֿון באָרוועס-פֿײַכטע פֿיס ,די היץ פֿון קערפּערס טויזנטע וואָס האָט זיך אַײַנגעזאַפּט אין זאמד וועבט אויס און הויבט זיך אויף ,צום הימל אין אַ בלויליכן טומאַן באַהעפֿט זיך מיט די כמאַרעס און פֿאַרוואַנדלט זיך .אין רעגנס, וועלכע האַלטן אָן גאַנץ אָפֿט מעת-לעת׳ן לאַנג און צווישן רוים פֿון גרויען רעגן און געשריי פֿון כמאַרנעם אָקעאן : וויינט אָפֿט אַרויס דעם זומערס פֿאַרבן-רײַכע רוישעדיקע פֿרייד דער ליאַרם פֿון דעם מעש-אָרקעסטער און דער בריאַזגענדיקער קלאַנג פֿון גאָלד געפֿאַרבטן אָרגל-קאַסטן, וואָס באַגלייט ,די האָלץ-געשניצטע פֿערדלעך, הירשן, לייבן, טיגערס, אָקסן, בעק .וואָס גאַלאָפּירן צוגעשמיד צום קאַרוסעל, אין ווילדן קאַראַהאָד II ,אין רוישן פֿון דעם ווינט אין שרײַען פֿון די מעוועס פּלאַצט אַמאָל אַרויס ,דער ליאַרם פֿון פֿאַרשייטע, באָדנדיקע קינדער אויף דעם ברעג פֿון ים אין האַרבסט, אין ליכטיקע סוף-חודש-נעכט בשעת די לבֿנה אויף דעם הימל פֿלאַטערט קיילעכדיק און גרויס באַװײַזט זיך אָפֿט אין קאָך פֿון וואַלן-שוים אַ קייט -- פֿון גופֿים מענטשלעכע אין נאַקעטן געפֿלעכט היפֿטן, שולטערס, נאַקנס, רוקנס, בריסט און ,מוסקל-אָדערדיקע אָרעמס, זון-געברוינטע הענט .וואָס פּאַטשן הילכעדיק דאָס בלויע ים-לײַב מיט געמאָסטנעם טעמפּ III .קיל און בלוי א שאָטן פֿון דעם זומער זיצט און טרויערט אויף דעם ברעג -- און אויף די וועגן, וועלכע פֿלעכטן זיך אַרום רעדאָנדאָ ביטש -- די רוקנס רונד- געהויקערט, אָפּגעקערט פֿון איר .זיך שלעפּן אָפּגעלעבטע ערגעץ אירע פֿײַערלעכע זומער-טעג רעדאָנדאָ ביטש גייט איינגעשפּאַנט פֿון איין זײַט אין די בלויע כוואַליעס פֿון דעם שטילן ים און פֿון דער צווייטער -- אין אַ נעץ פֿון וועגן, בלוי .פֿון גומי-רעדער, אויטאָ-אויל און גאַזאָלין ,די וועגן צװײַגן זיך אַרום רעדאָנדאָ ביטש ווי בלויע אָדערן אַרום אַן אויסגעהאָרעוועטער האַנט ,און אויף די וועגן -- אויטאָס, אויטאָס, אויטאָס אַלערליי .מיט רעש און ליאַרס, פֿײַפֿערײַ און אויסגעלאַסענעם געשרײַ ,באַנאַכט איז יעדער וועג אַ שוואַרצער וואַסער-פֿלוס אין וועלכן טויזנט רויטע, װײַסע, בלויע, געלע .אויטאָ-אויגן טוקן, שפּיגלען און פֿאַרווישן זיך און אַלע אויגן שווימען טאַנצנדיק אַנטקעגן שמייכלנדען .רעדאָנדאָ ביטש IV : מיט אין-לשער פֿײַערלעך באַפֿליטערט איז רעדאָנדאָ ביטש באַנאַכט אַ “קינאָ- טעמפל” אָנגעפּיקעוועט מיט רויטע אייגלעך ווינקט .און רופֿט און רייצט ,דער אוידיטאָריום -- וויגט זיך אין אַ פֿײַער-בלענדעניש פֿאַרפֿלייצט -- ווי מאַמע מאַריאַס הייליק-מוטערלעך געזיכט אין וויינאַכאַן, בשעת זי טראָגט איר גאַנצע צירונג -- שטראַלט די קאַרוסעל באַפּוצט אין אירע טויזנט-פֿאַרביק-פֿײַער-פּאַטשערקעס -- און אויס דער ליכט-און-פֿײַער-נעץ אַפֿיר שוואַרצע
,ברוינע : גרויע ,אויגן ,אויגן ,אויגן .אויגן קינדערשע V !! “ה-אָט דאָרס“! “האט דאָרס“ ,אַזוי איז זי, רעדאָנדאָ ביטש, טקבל פּנים אירע געסט .עס שמעקט מיט וואָלוולען פֿעטס, מיט ים-זאַלץ און מיט פֿיש ניט װײַט פֿון “האָט דאָג“-שטעלכל שטייט אַ שכּור׳ער מאַטראָז און צילט מיט אַ פֿאַרזשאַווערט ביקס ,אויף האָלץ-געשניצטע קאַטשקעלעך .וואָס שווימען כּלומר׳שט אויפֿ׳ן גרין-געפֿאַרבטן טײַך אַ דיקע פֿרוי אין “קעקי”-פּלודערן פֿאַר׳עקשנ׳ט שלײַדערט פּילקעס הילצערנע .אויף פּופּעס אין אַ שורה אויסגעשטעלט באַם וואַנט און אונטער רויטע, דין-דורכזיכטיקע פֿאָרהאַנגן זיצט -- אַ הויכע אויסגעטריקנטע ציגײַנערין און זוכט באַ עמיצן -- אַ פֿרוי אין אַן אַלמנה-שלײַער, לויטן סילועט ... דאָס מזל אויף דער האַנט VI : א טשערעפּאַכע .וועגט זעקס הונדערט דרײַ און זעכציק פֿונט !איר קענט דאָס גרויסע חידוש זען פֿאַר גאַנצע פֿופֿצן סענט : פֿאַריאָרן האָט דאָס וואונדער נאָך געלעבט דערשטיקט איז דאָס געוואָרן .בשעת דער הילצערנער מוזעאום האָט, ניט הײַנט געדאַכט, געברענט --איצט איז דאָס חידוש אָנגעשטאָפּט מיט קלאָטקע און מיט שטרוי !דאָס איז די טרויעריקע געשיכטע פֿון דער וואונדערליכער טשערעפּאַכע מײַן עדות אויף דער דאָזיקער געשיכטע איז ; דער שומר וועלכער שטייט באַם טיר ,דער רויטער, קלײַענדיקער, שרײַענדיקער, קײַענדיקער .שפּײַענדיקער גוי VII אַ לאַנגע, לאַנגע שטיין-געמויערטע בריק שפּאַנט װײַט און דרייסט אין ים אַריין און אין די זומערדיקע נעכט באַלאַגערט ווערט די בריק .פֿון סילועטן אָן אַ שיעור אַריבער די פאָרענטשעס בויגן זיי זיך און מיט מורא׳דיקע לאַנגע, דינע ,בייטשן אין די נאַכט-פֿאַרבלויטע הענט פֿאַרכמורעט און פֿאַר׳עקשנ׳ט, בייטשן זיי .די פֿוילע, מוטנע כוואַליעס אויף דעם שלעפֿערדיקן ברעג פֿון ים און געל און רואיִק ברענען קירבעס-רונדע בריק-לאַמטערנעס ,באַ דער נאַכט און אויף דעם וואַסער וואו-ניט-וואו, אַנטקעגן געלבליכן לאַמטערן-פֿלאַם .אַ כוואַליע שאַרט פֿונאַנדער הויפֿנס גרינלעך-װײַסן שוים און ווען-ניט-ווען טוט פּלוצעם ערגעץ אונטערן בריק אין שוואַרצן וואַסער-פֿלוס ; אַ ציטער : עפּעס צאַפּלט, צאַפּלט, צאַפלט זיך דערלאַנגט אַ צוויי דרײַ פֿליעסק אין וואַסער, בליאַסקעט אויף -- אין לופֿטן איבערן בריק -- אַ בלאַסער שטערן אין אַ נעפּלדיקער נאַכט און פֿאַלט אין גסיסה-צאַפּלעניש צום פֿײַכטן, קאַלטן ברוק .און מינעט, מינעט, מינעט זיך אַנטקעגן געלן בריק-לאַמטערן-פֿלאַם ,אַ דרײַ-פֿיר קעפּ באַוועגן זיך -- : אַ דרײַ־פֿיר סילועטן בויגן שטום זיך אײַן -- אַ קליינער זון-פֿיש בלויז .אַ מאָלצײַט פֿאַר דער גרויער מעווע פֿון דעם ים .און טויזנטער אַזעלכע וואַסער-שטערן בליאַסקען און פֿאַרלעשן זיך אַ רואיק שטומער עדות שטייט דער געלער בריק-לאַמטערן באַ דער נאַכט .און שמייכלט, שמייכלט מיט אַ מורא-שחורה׳דיקן יאָר-צײַט פֿלאַם ,נאָר שטומע, שטומע, שטומע זײַנען זיי, די בלאַסע וואַסער-שטערן און אויף זייער צער און בייזן מזל שרײַט דערנאָך .אַ גאַנצע, לאַנגע נאַכט דער ים |
Previous page on path | Henry Rosenblatt (Khayim Royzenblit), page 3 of 8 | Next page on path |
Discussion of "Henry Rosenblatt: Redondo Beach"
Add your voice to this discussion.
Checking your signed in status ...