Henry Rosenblatt: Mojave
Mohave* - Mojave From Pasifik no. 1 (March 1929): 3-4. Translated by Hershl Hartman. Mojave! Why have you focused your thirst-burned lips upon the heavens? — Clouds are advancing upon the world! The clouds carry full rivers and the rivers — fresh chill. Mojave, fresh chill! It’s raining in the lonely Sierra hills, Mojave. The rain falls like blue rice on white heads. D’you hear how water-streams roar through the stony ribs of the mountains? A river — a foaming greenish-white drawn veil, dispersed, spreads over the spine of the darkened vale. D’you hear, Mojave? — — A whisper of a far-off echo-call: It’s raining in the hills! It’s raining in the hills! Mojave, listen! The bluebird** cry out to the wind. The fir trees sing under the rain-gush. The lonely coyotes howl like dogs in love: It’s raining in the hills, Mojave, It’s raining in the hills! And you, Mojave, snuggle, press in vain the thorny cactuses to your grey, sucked-out breasts; you rock uselessly, Mojave, your used-up Yehoshua-trees*** in your lap; they deepen the sleep that pours out over all the verges of death… So hear, Mojave, hear, as all your blackbirds — hungry rats — sob under your petrified skin; they sob, your blackbirds, in muted cries as they weepingly die out. Mojave, d’you see?! Around the bright head of Mount Whitney a white snowstorm whirls in a circle. A lightning bolt smiled-up on its white cheek: it rejoices, Mount Whitney rejoices: — the thunder among its silver cupolas, steely domes, shivers like a rabbit in a sack… Mount Whitney rejoices, Mojave, it rejoices! — It’s snowing, it’s snowing! And mists disperse across the world. Mojave, I see the sea in days of storm, in nights of fog. The sea attacks ships of all the world, ripping their sails and breaking their masts against the storm-wind’s knees. The raw, unbridled power is beautiful and wondrous, — righteous! And I, a ship as all ships, move blindly along undetermined paths, — I look into the sea’s grey eyes and have no fear, have no fear! But you, Mojave, throw me into fright: the muteness on your grey lips and the depression on your stony face will, at some time, cry out volcanically, wild and unexpectedly. And skies, like straw-strewn roofs, will burst aflame above me, and beneath my tread — the earth will burst apart, like the bursting of a swollen abscess. You throw a fright upon me, Mojave, You throw a fright upon me! * A large desert in California. ** The bird known in English as “Bluejay.” *** "Joshua Tree" in English. Low trees that grow in the desert. | * מאָהאַווע ! מאָהאַווע -- ? וואָס האָסטו דײַנע דורשט-פֿאַרברענטע ליפּן קעגן הימל אָנגעשטעלט ! עס גייען כמאַרעס אַף דער וועלט .די כמאַרעס טראָגן פֿולע טייכן און די טייכן -- פֿרישע קעלט ! מאָהאַווע, פֿרישע קעלט .עס רעגנט אין די איינזאַמע סיִעראַ-בערג, מאָהאַווע .דער רעגן פֿאַלט ווי בלויע רײַז אַף װײַסע קעפּ ? דו הערסט ווי וואַסער-שטראָמען רוישן דורך די שטיינערדיקע ריפּן פֿון די בערג אַ טייך -- אַ שוימיק-גרינלאַך-װײַסער שלײַער-שלעפּ .צעשאָטן שפּרייט זיך אַפֿן רוקן פֿון דעם טונקעלן טאָל -- -- ? דו הערסט, מאָהאַווע : אַ שאָטן פֿון אַ ווייטן ווידער-קול ! עס רעגנט אין די בערג ! עס רעגנט אין די בערג ! מאָהאַווע, הער .די בלויע סאָיקעס** שרײַען צו דעם ווינט .די נאָדלבוימער זינגען אונטערן רעגן-גוס : די איינזאַמע קאָיאָטן וואָיען ווי פֿאַרליבטע הינט ,עס רעגנט אין די בערג, מאָהאַווע ! עס רעגנט אין די בערג און דו, מאָהאַווע, טוליעסט, דריקסט אומזיסט ; די שטעכעדיקע קאַקטוסן צו דײַנע גרויע ,אויסגענאָגטע בריסט : דו וויגסט אומזיסט, מאָהאַווע, דײַנע אויסגע׳דבר׳טע יהושוע-בוימער*** אין דײַן שוים ... זיי שלומערן דעם שלאָף, וואָס גיסט פֿאַנאַנדער זיך אַריבער אַלע גרעניצן פֿון טויט ,אָט הער, מאָהאַווע, הער ; ווי דײַנע דראָסלען -- ראַצן הונגעריקע -- וויינען אונטער דײַן פֿאַרשטיינטער הויט .זיי וויינען, דײַנע דראָסלען, מיט אַ שטום געוויין און גייען וויינענדיקע אויס ! ? מאָהאַווע, זעהסט אַרום דעם ליכטיקן באַרג-ווהיטני-קאָפּ .אַ װײַסע זאַווערוכע וויכערט אין אַ קרײַז : אַ בליץ האָט אויפֿגעשמייכלט אַף זײַן װײַסער באַק -- : ער קוועלט, באַרג-ווהיטני קוועלט ,דער דונער צווישן זײַנע זילבערנע קופּאָלן, דאָמען שטאָלענע ... זיך צאַפּלט, ווי אַ קראָליק אין אַ זאַק -- !באַרג-ווהיטני קוועלט, מאָהאַווע, קוועלט ! עס שנייט, עס שנייט .און כמאַרעס גייען אין דער וועלט ,מאָהאַווע .איך זע דעם ים אין שטורימדיקע טעג, אין נעפּלדיקע נעכט ,דער ים פֿאַלט אָן אַף שיפֿן פֿון דער וועלט צעפֿליקט די זעגלען און צעברעכט .די מאַסטן אַף דער קני פֿון שטורמווינט ! דער רויער אומגעצוימטער כּוח איז שיין, איז וווּונדערלעך, איז -- גערעכט און איך, אַ שיף, וואָס גייט ווי אַלע שיפֿן בלינד -- ,נאָך אומבאַשטימטע טריט ,איך קוק דעם ים אין זײַנע גרויע אויגן און איך האָב קיין מורא ניט ! קיין מורא ניט : נאָר דו, מאָהאַווע, וואַרפֿסט אַף מיר אַן אימה אָן די שטומעניש אַף דײַנע גרויע ליפּן און די מורה שחורה אַף דײַן שטיינערדיקן געזיכט .וועט זיך אַ מאָל פֿאַנאַנדערשרײַען, וווּלקאַניש, ווילד און אומגעריכט ,און הימלען וועלן זיך, ווי דעכער שטרויענע, פֿאַנאַנדערפֿלאַמען איבער מיר ,און אונטער מײַנע טריט -- פֿאַנאַנדערפּלאַצן וועט די ערד .ווי ס׳פּלאַצט אַן אָנגעצויגענער געשוויר ,דו וואַרפֿסט אַן אימה אָן אַף מיר ,מאָהאַווע ! דו וואַרפֿסט אַן אימה אָן אַף מיר .אַ גרויסע מדבר אין קאַליפאָרניע* .דער פֿויגל, וואָס הייסט אין ענגליש ״בליו-דזשיי״** .״דזשאַשואַ טרי״ אין ענגליש. נידעריקע בוימער , וואָס וואַקסן אין דער מדבר*** |
Previous page on path | Henry Rosenblatt (Khayim Royzenblit), page 4 of 8 | Next page on path |
Discussion of "Henry Rosenblatt: Mojave"
Add your voice to this discussion.
Checking your signed in status ...