Henry Rosenblatt: America
America As appears in Yiddish Literature in America: 1870-2000, vol. 1 ed. Emanuel S. Goldsmith (Jersey City, NJ: Ktav Publishing House Inc., 2009): 271. Translated by Hershl Hartman. 1. On our land’s earth there wandered the spirit Of Lincoln, Jefferson, John Brown and Paine. On our earth and under our skies — Walt Whitman sang of Man and God and sea, And Emerson — of light and joy and good fortune, And Poe of love, yearning and death. And you and I? — Children of another world — We built upon the shores of this handsome land Our new Ark. We wandered long and arrived late, very late, But — the shore is still free and great And tomorrow, tomorrow, new cities are begun. And the skies will hang clear above us And the clear days will go on long and long. 2. We build cities of stone and steel and iron, With subways — steely worms That shove through their bowels day and night; With hundreds, with thousands of trolley cars That crawl like cockroaches in every crevice; With “el” trains that run above black roofs, Smoking chimneys, long lines of wet wash. On our asphalt-grey streets — bracketed Among foggy rows of walls — there squeal, squeal, squeal Thousand and thousands of automobiles From break of day ’till late Until the final thread of starlight. We have cabarets, theaters, film houses, restaurants and hotels. We have pretty women, young dandies, old fools, “Ragtime,” “jazz” and “shimy-shake.” We have poets, singers, painters and actors, Critics — galore! We have impudent dilettantes, old fräuleins Who smoke cigarettes, Wear mens’ clothing, short hair. 3. We have thousands of factories. Millions of smoking chimneys support them — Day and night — God’s skies above our heads. We forge: plowshares, guns, bells, locks, Iron bars, chains, wheels, rails, hammers, axes. We weave — silken goods, satin, velvet, rugs, fabrics. We dig — coal, gold and — graves. We sew — clothing, shoes, burial cloths. We polish — cut glass, diamonds and stones of every kind. We pour silver, gold and platinum Jewelry for the pretty women that adorn our land. | אַמעריקע 1. אויף אונדזער ערד געוואַנדערט האָט דער גײַסט .פֿון לינקאָלן , דזשעפֿערסאָן , דזשאָן בראָון און פּיין -- אויף אונדזער לאַנד און אונטער אונדזער הימל ,געזונגען האָט וואָלט ווהיטמאַן וועגן מענטש און גאָט און ים ,און עמערסאָן -- פֿון ליכט און פֿרייד און גליק .און פאָו פֿון ליבע , בענקעניש און טויט -- און דו און איך? -- קינדער פֿון אַן אַנדער וועלט מיר האָבן אויף די ברעגן פֿון דעם שיינעם לאַנד .געבויט דאָ אונדזער נײַ געצעלט .מיר האָבן לאַנג געוואָגלט און געקומען שפּעט , שוין שפּעט נאָר, -- פֿרײַ און גרויס איז נאָך דער ברעג .און מאָרגן, מאָרגן נעמט מען בויען נײַע שטעט און לויטער הענגען וועט דער הימל איבער אונדז .און לאַנגע, לאַנגע וועלן ציען זיך די ווײַסע טעג 2. ,מיר בויען שטעט פֿון שטיין און שטאָל און אײַזן ,מיט ״סאָבווייס״ -- ווערעם שטאָלענע : וואָס טאָטשען זייערע געדערעם טאָג און נאַכט ,מיט הונדערטער מיט טויזנטער טראַמווײַען ; וואָס קריכן, ווי טאַראַקאַנעס אום אין אַלע שפּאַרעס ,מיט ״עלס״, וואָס טראָגן זיך אַריבער שוואַרצע דעכער .רויכנדיקע קוימענט , לאַנגע שורות נאַסע גרעט אויף אונדזערע אַספֿאַלט-גרויע גאַסן -- אײַנגעקלאַמערט צווישן כמורנע מויערן-שורות -- שרײַען , שרײַען , שרײַען טויזנטער און טויזנטער אָטאָמאָבילן פֿון בראָך אויף טאָג ביז העט .צום סאַמע לעצטן פֿאָדעם שטערנליכט .מיר האָבן קאַבאַרעטן, טעאַטערן, קינאָס, רעסטאָראַנטן און האָטעלן ,מיר האָבן שיינע פֿרויען, יונגע פֿראָנטן, אַלטע נאַרן .״רעגטײַם״, ״דזשעז״ און ״שימי״-טענץ ,מיר האָבן דיכטער, זינגער, מאָלער און אַקטיאָרן ! קריטיקער -- גאַלאָר ,מיר האָבן פֿרעכע דילעטאַנטן, אַלטע פֿרײַלינס ,וועלכע רייכערן ציגאַרעטן .טראָגן מאַנסבילשע בגדים, קורצע האָר 3. .מיר האָבן טויזנטער פֿאַבריקן -- מיליאָנען רויכנדיקע קוימענס האַלטן אונטער .טאָג און נאַכט -- גאָטס הימלען איבער אונדזערע קעפּ ,מיר שמידן; אַקער-אײַזנס, ביקסן, גלעקער, שלעסער .גראַטעס, קייטן, רעדער, רעלסן, האַמערט, העק .מיר וועבן -- זײַדצײַג , אַטלעס, סאַמעט, טעפּעכער, געוואַנט ,מיר גראָבן -- קוילן, גאָלד און -- קבֿרים .מיר נייען -- קליידער, שיך, תּכריכים זעק ,מיר שלײַפֿן -- שניטגלאָז, דימאַנטן און שטיינער אַלערהאַנט ,מיר גיסן אויס פֿון זילבער, גאָלד און פּלאַטינום .צירונג פֿאַר די שיינע פֿרויען וואָס באַצירן אונדזער לאַנד |
Previous page on path | Henry Rosenblatt (Khayim Royzenblit), page 6 of 8 | Next page on path |
Discussion of "Henry Rosenblatt: America"
Add your voice to this discussion.
Checking your signed in status ...