H. Goldovsky: Boyle Heights, Part II
Boyle Heights - Di yiddishe gegnt in Los Anzsheles - Boyle Heights* (* The Yiddish neighborhood in Los Angeles ) From Pasifik no. 1 (March, 1929): 24-26. Translated by Miri Koral and Caroline Luce. An Encounter (A Bagegenish) I encountered him. The golden hair Combed back and smeared with oil, with perfume, The white robe – not of linen, but of silk, And eyes that smile, contented and silent. I was surprised – how came you to this place? How did you leave your Temple of Tranquility? And where is your blood-red wound? You’re sick, after all! And where is your wooden cross, where? And he answered with a smile on his lips: - The elders cut the robe into shrouds , The wound is due to the foolish sort of man, who Out of fear sacrificed himself for a God, Let him wear the wooden cross in good health, He whose life ravages him like a dog. And I am a rubber dummy, inflated with air And know not whom to call nor who calls me. But every evening I stride across the Jewish street. It’s good here! I’m here as a guest from afar. If I want – I summon some youths from empty shops, We’re surrounded at the corner by missionaries who guard my holy name, I tell them: Devils, who asks you then to speak to me about me? – Quite an idea! – and laugh my head off. Who We Are (Ver Mir Zaynen) Hat makers are we, and furriers and tailors. We work with needle and with scissors. But he who sees, knows: we are finishers – We sharpen spears, arrows and swords. Dyers are we, and builders and carpenters. We work with brushes and with saws. But he who sees, knows: we cut trees Through jungle forests to the wide road. And shoemakers are we and strike resoundingly With iron hammers on the wooden cobbler’s last, And awaken: Hey, you, stride faster and in good cheer, Day is dawning! We’re nearing the goal! Where We Dwell… (Vu s’iz undzer voynung) Hey, to the foam on your lips – penned-up ponies – And to your teeth grinding, we are stone deaf. Our purified blood has long ago written: “Where we dwell, there is our country.” Woe to you, drunk on grease and gold, Red Indian blood still fresh on your hand, You roar: “Foreigner, go back to where you came from!” - Where we dwell, there is our country. “Woe to those who proclaim their name across lands! When the day of reckoning comes, great will be their shame!” Thousands of years ago a prophet taught us, - Where we dwell, there is our country. Your blazing kettle will explode as it boils – Our flame and fire will snuff out your burn! Then all foreigners will roar along with us in chorus: - Where we dwell, there is our country! | אַ באַגעגעניש איך האָב אים באַגעגנט. די גאָלדענע האָר ,פֿאַרקעמט און באַשמירט מיט אייל, מיט פּאַרפֿיום ,דער ווײַסער כאַלאַט -- ניט פֿון ליין, נאָר פֿון זייד .און אויגן, וואָס שמייכלען צופֿרידן און שטום ?האָט איך זיך געוווּנדערט : -- ווי קומסטו אַהער ?ווי האָסטו פֿאַרלאָזן דײַן טעמפּל פֿון רו --!און וווּ איז דײַן בלוט-רויטע וווּנד? ביסט דאָך קראַנק ?און וווּ איז דײַן הילצערנער צלם, אַװוּ :און ער האָט געענטפֿערט מיט שמייכל אויף ליפּן ,ס׳כאַלאַטל די זקנים אויף קיטלען צעשניטן -- די װוּנד פֿאַרן נאַרישן מין-מענטש, וואָס האָט ,אין פּחד זיך מקריבֿ געווען פֿאַר אַ גאָט ,דעם הילצערנעם צלם זאָל טראָגן געזונט .אויף וועמען דאָס לעבן פֿאַלט אָן װי אַ הונט ,און איך בין אַ גומענער גולם, געשוואָלן פֿון לופֿט .און ווייס ניט צו וועמען צו רופֿן און ווער צו מיר רופֿט .נאָר יעדן פֿאַרנאַכט שפּאַן איך אום אויף דער ייִדישער גאַס .ס׳איז גוט דאָ! איך קום דאָ פֿונווייטנס צוגאַסט ,פֿאַרווילט זיך מיר, -- רוף איך אַרויס אַ פּאָר ייִנגלעך פֿון ליידיקע קראָמען מיר רינגלען אַרום אויפן ראָג מיסיאָנערן, וואָס היטן מײַן הייליקן נאָמען, איך זאָג זייִ׃ שװאַרציױרן, װער בעט אײַך דען רעדן צו מיר װעגן מיר? – .אַן אײַנפֿאַל אַביסל! -- און לאַך אָן אַ שיער ווער מיר זײַנען .היטלער זײַנען מיר, און פֿוטערער, און שנײַדער .מיר אַרבעטן מיט נאָדל און מיט שער -- נאָר ווער עס זעט, דער ווייס : מיר זײַנען שלייפֿער .מיר שאַרפֿן שפּיזן, פֿײַל און שווערד .פֿאַרבער זײַנען מיר, און בויער, און סטאָליאַרעס .מיר אַרבעטן מיט באַרשטן און מיט זעג נאָר ווער עס זעט, דער ווייס: מיר האַקן ביימער .דורך דזשאָנגל-וואַלד צום ברייטן וועג און שוסטער זײַנען מיר, און קלאַפּן הילכיק אונטער ,מיט האַמערס אײַזערנע אויף הילצערנעס קאַפּיל ,און וועקן: -- העי, דו, שנעלער שפּאַן און מונטער -- !עס טאָגט! ס׳ווערט נענטער צום ציל ...װוּ ס׳איז אונדזער וווינונג -- העי, צו אײַער שוים אויף ליפּן -- יונגע פֿערדלעכס פּענע .און צו אײַער קריץ מיט ציינער זײַנען טויב מיר ווי די וואַנט אונדזער אויסגעלייטערט בלוט האָט לאַנג שוין אָנגעשריבן׃ ״װוּ ס׳איז אונדזער וווינונג, דאָרט איז אונדזער לאַנד.״ -- ,וויי צו אײַך, אין פֿעטס און גאָלד פֿאַרשיכּורט ,רויטע אינדיאַנער בלוט נאָך פֿריש אויף אײַער האַנט ברומט איר: ״פֿרעמדער, גיי זיך דיר פֿון וואַנען ביסט געקומען!״ .װוּ ס׳איז אונדזער וווינונג, דאָרט איז אונדזער לאַנד -- !״וויי צו די, וואָס רופֿן זייער נאָמען אָן אויף לענדער קומען וועט דער יום-הדין, וועט גרויס זײַן זייער שאַנד!״ .האָט מיט יאָרנטויזנטער אַ נבֿיא אונדז געלערנט .װוּ ס׳איז אונדזער וווינונג, דאָרט איז אונדזער לאַנד -- -- אײַער פֿלאַמענדיקער קעסל וועט אין מיטן זידן פּלאַצן !אונדזער פֿלאַס און פֿײַער וועט דערשטיקן אײַער בראַנד :וועלן אַלע פֿרעמדע נאָכברומען מיט אונדז אין כאָרן .װוּ ס׳איז אונדזער וווינונג, דאָרט איז אונדזער לאַנד -- |
Previous page on path | Pasifik (Pacific), page 5 of 7 | Next page on path |
Discussion of "H. Goldovsky: Boyle Heights, Part II"
Where we dwell
Were Goldovsky still living, he might have written this poem today, Jan. 29, 2017, in protest of the Trumpist pogrom against legal immigrants and visitors from Muslim-majority countries — except those in which Trump has business interests!Posted on 29 January 2017, 12:52 pm by Hershl Hartman | Permalink
Add your voice to this discussion.
Checking your signed in status ...